Волосатый Пельмешко

Волосатый Пельмешко

טום־באַלאַלײַקע
טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, באַלאַלײַקע,
טום־באַלאַלײַקע, פֿרײלעך זאָל זײַן!
(אָדער: שפּיל באַלאַלײַקע, פֿרײלעך זאָל זײַן!)
מײדל, מײדל, כ'װיל בײַ דיר פֿרעגן:
װאָס קאַן װאַקסן, װאַקסן אָן רעגן?
װאָס קאַן ברענען און ניט אױפֿהערן?
װאָס קאַן בענקען, װײנען אָן טרערן?

טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ…

נאַרישער בחור, װאָס דאַרפֿסטו פֿרעגן?
אַ שטיין קאַן װאַקסן, װאַקסן אָן רעגן,ליבע קאַן ברענען און ניט אױפֿהערן,אַ האַרץ קאַן בענקען, װײנען אָן טרערן!

טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ…

װאָס איז העכער פֿון אַ הױז?
װאָס איז פֿלינקער פֿון אַ מױז?
װאָס איז טיפֿער פֿון אַ קװאַל?
װאָס איז ביטער, ביטערער װי גאַל?

טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ…

אַ קױמען איז העכער פֿון אַ הױז,
אַ קאַץ איז פֿלינקער פֿון אַ מױז,
די תּורה איז טיפֿער פֿון אַ קװאַל,
דער טױט איז ביטער, ביטערער װי גאַל!

טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ… ‏‎

Был в чате: 04.12.2019 02:20

Статистика общения

Адрес страницы: http://berzloy-nohchi.chatovod.ru/id2779162

Показать всех пользователей